פאריז – אומבאשטעטיגטע באריכטן צייגן, אז דער פראצויזישער שטייער מיניסטעריום האט אוועקגעשטעלט א ספעציעלן אפיס, מיט'ן ציל אויסצופארשן די אידישע בירגער אין לאנד, צי זיי צאלן שטייערן ערליך אדער זיי דרייען זיך ארויס. די באריכטן ברענגען נאך פון אינערליכע קוועלער אינערהאלב דעם מיניסטעריום, באזירט אינעם צוועלפטן דיסטריקט אין פאריז, אז זיי האבן לעצטנס אויפגענומען 20 העברעאיש-רעדנדע ארבעטער, און האלטן אינמיטן אויפנעמען נאך 5 אזעלכע, צו קענען בעסער האלטן חשבון אויף אידישע שטייערצאלער. אין רעאקציע צו די באריכטן, האט דער שטייער מיניסטעריום ארויסגעגעבן א שארפן סטעיטמענט, אין וועלכע זיי טוען קאטעגאריש לייקענען די באריכטן, זאגנדיג אז אויסצופארשן מענטשן באזירט אויף זייער רעליגיע, איז אומלעגאל.

בילד: די פראצויזישער מיניסטעריום פאר עקאנאמיע, פינאנץ און אינדוסטרי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל