דער געוועזענער טראמפ פריינט און ראטגעבער סטיוו בענאן איז היינט אראפגעקומען פאר א פארהער פארנט פון די אויספארשונג קאמיטע אין סענאט, די פארהער איז אפגעהאלטן געווארן אונטער פארמאכטע טירן, און האט זיך קאנצעטרירט אויף אינפארמאציע וואס בענאן האט איבערגעגעבן פאר׳ן שרייבער פונעם ניי-ערשינענע ביכל ״פייער און צארן״ אין וועלכע בענאן באצייכנט די זיצונג צווישן טראמפ קאמפיין באאמטע און א רוסישע לויער אלס ״פאררעטעריש״ און ספעציעל איבער זיין קאמענטאר אז ״די שאנסן אז פרעזידענט טראמפ האט נישט געוויסט איבער די פארבינדונגען מיט רוסלאנד איז זערא״. קוועלער אינעם אויספארשונג קאמיטע האבן געזאגט אז די סענאטארן האבן פרובירט צו ארויסבאקומען פון אים וויפיל פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט געוויסט איבער דעם מיטינג אינעם טראמפ טורעם. פרעזידענט טראמפ איז קענטליך אומבאקוועם מיט די אנגייענדע אויספארשונג און האט נעכטן אויסגעדריקט אויפברויז אויף טוויטער איבער די אנגייענדע אויספארשונג זאנדיג אז ער איז איבערצייגט אז אלע באשולדיגונגען וועלן זיך ארויסשטעלט אלס דוכאויס אומריכטיג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל