פאליציי אין אינדיע זאגט אז זיי האבן געכאפט דעם ארכי-טעראריסט אבדעל סובאן קורעשי (Abdul Subhan Qureshi), וועלכער ווערט אפט אנגערופן ״דער אינדיער בין לאדין״. קוראשי האט געשפילט אן אינסטורמענטאלע ראלע אין פילע מאסיווע טעראר אטאקעס אין אינדיע אין די לעצטע יארן, אריינגערעכנט א סעריע אטאקעס אין מומבאי אין 2006, און אין די הויפטשטאט דעלהי אין 2010, און נאך, ער האט געגרינדעט די טעראר גרופע ״אינדיען מודשהאדין״ וועלכע איז פאראטווארטליכט פאר די טויט פון הונדערטער ציווילע. פאליציי זאגט אז ער איז געכאפט געווארן נאכ׳ן אריינקומען קיין אינדיע פון נעפאל מיט א פאלשן אידענטיטעט, און וועט געשטעלט ווערן צו יוסטיץ אין אינדיע אויף טעראר קלאגעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל