אן אנקעטע דורכגעפירט דורך גאלאפ צייגט, אז צווישן רעפובליקאנער הערשט די מערסטע צופרידנהייט מיט דעם צושטאנד פון אמעריקע זינט 07' פאר׳ן עקאנאמישן קראך. לויט דער אנקעטע זענען 61% רעפובליקאנער צופרידן מיט דער ריכטונג אין וועלכע אמעריקע גייט אצינד, איינס פון 4 האבן געזאגט אז זיי זענען העכסט צופרידן, און 36% האבן געזאגט אז זיי זענען טיילווייז צופרידן, ארום ארום פערטל רעפובליקאנער האבן אויסגעדריקט טיילווייזע אומצופרידנהייט און נאך 15% האבן געזאגט אז זיי זענען שטארק אומצופרידן. די ציפערן זענען גאר וויכטיג וויבאלד דאס וועט אנטשיידן אויב די רעפובליקאנער וועלן זיך רעקרוטירן און ארויסקומען וויילן אין די מאסן אין די מיד-טוירם וואלן, אין וועלכע געוויסע שאצונגען זאגן פאראויס שטארקע פארלוסטן פאר די רעפובליקאנער, טראץ וואס ס'איז נאך, ווי פארשטענדליך, צו פרי צו שאצן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל