ווירדזשיניע – די רעפובליקאנער אין ווירדזשיניע האבן אפגעצייכנט זיג נעכטן, ווען א ספעציעלער גורל האט דעצידירט אז זיי וועלן פארבלייבן ווייטער אין קאנטראל פון דער ארטיגער סטעיט לעגיסלאטור. די וואלן פאר דער ווירדזשיניער לעגיסלאטור זענען אפגעהאלטן געווארן עטליכע וואכן צוריק, און דעמאקראטן האבן באוויזן צו געוואונען פילע זיצן, אבער ביי דער ענדע איז עס געווארן קאמפליצירט, וויבאלד ביידע פארטייען האבן געהאט 50 זיצן, און איין פארמעסט איז נאך געווען אומקלאר, פאר דער 94'סטער דיסטריקט, וואו די דעמאקראטישע קאנדידאטקע שעלי סימאנדס און רעפובליקאנער קאנדידאט דעיוויד יענסי זענען געשטאנען ממש גלייך אויף גלייך, מיט געציילטע שטימען מער פאר סימאנדס. האט מען איבערגעציילט און סימאנדס האט געהאט מיט בלויז 1 שטימע מער, האט דאן א געריכט געאורטיילט אז די באורד אוו עלעקשאנס וועט מאכן א פשוט'ן גורל. אט דער גורל איז נעכטן פארגעקומען, און יענסי האט געוואונען, געבנדיג פאר די רעפובליקאנער קאנטראל פון דער לעגיסלאטור.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל