פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אין א פלוצלינגע טוויטער אויסברוך ערקלערט די סיבה פארוואס ער האלט זיך אפ פון פארן קיין לאנדאן טראץ א אפיציעלע לאדענונג פון די בריטישע רעגירונג וואס ווארט שוין א לענגערע צייט. אינעם טוויט שרייבט דער פרעזידענט, אז דאס איז צוליב דעם וואס די אבאמא אדמינסטראציע איז איינגעגאנגען אויף אן אומ'יושר׳דיגע אפמאך מיט די בריטישע רעגירונג, מיט דעם וואס זי האט אויפגעגעבן די אלטע אמבאסאדע געביידע וועלכע געפינט זיך אין א צענטראלע לאקאציע, און אנשטאט דעם אריבערגעצויגן די אמבאסאדע צו א ביליגערע געגנט.

די נייע אמבאסאדע געביידע איז א ריזיגע און פראכטפולע געבוי, וועלכע האט געקאסט איבער א ביליאן דאלער צו בויען, און ווי עס שיינט איז דער פרעזידענט ביי די מיינונג אז עס האט זיך נישט געלוינט. עס איז אבער אנגעוויזן געווארן, אז דער באשלוס איבער דעם פראיעקט איז שוין אייגנטליך גענומען געווארן אונטער פרעזידענט בוש.

אין ענגלאנד איז אנגענומען די מיינונג אז ער זוכט צו אויסמיידן לאנדאן צוליב דעם וואס ער איז דארט גאר אומפאפולער און וועט אויסשטיין פראטעסטן, ספעציעל נאך זיינע עפנטליכע קאנפליקטן מיט׳ן לאנדאנער מעיאר. אבער דער פרעזידענט זאגט אז אויב ער וואלט געפארן וואלט ער געדארפט אפהאלטן א ״חנוכת הבית״ פונעם אמבאסאדע און ער האט נישט געהאלטן דערביי.

טוויט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל