אין א גאר שארפער רעדע פון צוויי שטונדן אין ראמאלא, האט דער פאלעסטינער פרעזידענט מוכאמאד אבאס אראפגעריסן דעם צוגאנג פון פרעזידענט טראמפ צום מיטל מזרח, באשולדיגט די אדמינסטראציע אין שעדיגן די שאנסן פאר א שלום צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל, און דערקלערט אז ״דאס איז די טאג וואס די אסלא אפמאכן זענען ענדגילטיג באגראבן געווארן״. ער האט זיך באצויגן צו די צוויי שריט וואס די אדמינסטראציע האט לעצטנס גענומען, ערשטנס מיט׳ן אנערקענען ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, און דאן מיט׳ן אפשטעלן די יערליכע הילף׳ס פאנדן וואס זי שענקט פאר דער פאלעסטינער אויטאריטעט. ספעציעל האט אבאס אראפגעריסן דעם אמעריקאנער אמבאסאדאר, דוד פרידמאן, וועמען ער האט באצייכנט אלס א ״פיינטליכער פארשוין״ און קעגן די יו-ען פארשטייערן, ניקי העילי, זאגנדיג אז ער וועט זיך נישט טרעפן מיט זיי אונטער קיין שום אומשטענדן. אבאס האט זיך געאייסערט אז די פאלסטינער וועלן זיך נישט צושטעלן צו קיין שום שלום פרואוון אין וועלכע די טראמפ אדמינסטראציע וועט דינען אלס פארמיטלער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל