דעטרויט – א פעדעראלער דיסטריקט ריכטער האט נעכטן געאורטיילט, אז די פעדעראלע רעגירונג מוז אנהייבן באפרייען צענדליגער איראקער בירגער וועלכע זי האלט אונטער ארעסט, אדער אמווייניגסטנס צושטעלן בעיל הירינגס פאר די איראקער. די רעדע איז איבער איראקער בירגער וועלכע געפונען זיך אין אמעריקע אלס פליטים, און זענען פארארדנט געווארן דעפארטירט צו ווערן נאכ'ן באגיין קרימינאלע אקטן. די איראקער רעגירונג האט זיי ביז היינט אנטזאגט צוריקצונעמען, אבער אונטער טראמפ, האט איראק זיך געבראכן און איז גרייט זיי אריינצונעמען – וואס האט געברענגט אז א קלאגע זאל אריינגעפירט ווערן אין געריכט קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, מיט דער טענה אז פילע פון די איראקער פליטים זענען קריסטן, און זיי וועלן אויסשטיין רדיפות ווי נאר זיי קומען צוריק אן קיין איראק. אצינד האט ריכטער מארק גאלדסמידט געגעבן גערעכט פאר די אנקלעגער, און די רעגירונג מוז אנהייבן באפרייען אזעלכע וואס ווערן שוין געהאלטן פאר מער ווי 6 מאנאטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל