אין א שריט וואס ווערט געזען ווי א ווארנונג צו נארט קארעא, האט די אמעריקאנער עיר פארס אפגעליפערט 3 פרישע פארגעשריטענע B-2 באמבאדירט פליגער - אויסגעשטאט מיט סטעלט טעכנאלאגיע וואס ערלויבט איר צו אויסמיידן ראדארן - צום אמעריקאנער לופט באזע אויפ׳ן אינזל גואם, נאנט צו נארט קארעא, אינאיינעם מיט די פליגערס זענען אפגעשיקט געווארן נאך 200 מיליטערלייט און ווי עס שיינט וועלן זיי דארט אפהאלטן מושטירונגען. דאס שיקן באנייעטע מיליטערישע אמוניציע צום אינזל וועלכע די רעזשים אין נארט קארעא האט אין די פארגאנגענהייט געסטראשעט צו באמבאדירן שיקט א סיגנאל צום רעזשים אין די זעלבע צייט וואס אמעריקע דרוקט אויס צופרידנהייט פון די באנייעטע געשפרעכן צווישן איר און סאוט קארעא, און קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט ווידער אויסגעדריקט אינטערעס פאר דירעקטע געשפרעכן מיט׳ן רעזשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל