דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקראן האט געלאזט פאלן שארפע קריטיק קעגן דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ און דער מדינת ישראל פרעמיער נתניהו איבער זייער רייצערישע רעטאריק אין שטיצע פון די פראטעסטירער אין איראן, זאנדיג אז ״אזא צוגאנג קען פירן צו קריג״ צולייגנדיג ״און אפשר איז דאס וואס טייל פון זיי ווילן״. ער האט זיך באצויגן צו א רייע פון טוויט׳ס אין וועלכע דער אמעריקאנער פרעזידענט האט פארשפראכן שטיצע פאר די פראטעסטירער און אויסגעדריקט סאלידאריטעט, און אזוי אויך צו א ווידיא מעסעדש פון נתניהו אין וועלכע ער לויבט אויס די פראטעסטן. אנדערער עקספערטן האבן געזאגט אז אזעלכע מעסעדשעס טוט בלויז אפשוואכן די פראטעסטירער וויבאלד די רעזשים קען צייגן דערויף אלס באווייז אז די פיינט פון איראן שטיצן די פראטעסטירער. ווי עס שיינט זענען די פראטסטן טאקע שוין דערשטיקט, און אנשטאט דעם קומען פאר גרויסע ראלי׳ס אין שטיצע פונעם רעזשים אין וועלכע מען שרייט ״טויט צו אמעריקע און מדינת ישראל״ און זיי רופן פאר טויט שטראף קעגן די פראטעסטירער.

בילד: מאקראן קריטיקירט נתניהו און טראמפ איבער איראן רעטאריק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל