וואשינגטאן – דאס העכסטע סופרים קאורט אין לאנד וועט באטראכטן א וויכטיגן קעיס וואס קען אפעקטירן צענדליגער טויזנטער וויילער אין אהייא. דער קעיס איז איבער א געזעץ וואס עקזיסטירט שוין לאנגע יארן אין אהייא, אז א רעגיסטרירטער וויילער וועלכער פארפאסט אנטיילצונעמען אין וואלן מער ווי צוויי יאר אין א צי, ווערט אויטאמאטיש ארויסגעווארפן פון די ליסטעס, און מוז פריש דורכגיין דעם רעגיסטראציע פראצעדור אויב וויל ער צוריק אנהייבן אנטיילנעמען אין וואלן. שווארצע און מינאריטעטן וויילער אין די סטעיט טענה'ן, אז דאס געזעץ איז אויסגעשטעלט צו דיסקרימינירן קעגן זיי, ווייל ס'איז זיי שווערער זיך פריש צו רעגיסטרירן, אבער די סטעיט זאגט אז עס איז פשוט אוועקגעשטעלט צו פארמיידן וואל-שווינדלערייען און האלטן די רעגיסטראציע ליסטעס פריש און אפדעיטעט. דער סופרים קאורט וועט באטראכטן דאס געזעץ און ארויסגעבן אן אורטייל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל