דער געוועזענער קאנטראווערסיאלער שעריף פון אריזאנע, דזשאו ארפייאו, האט געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר א סענאט זיץ אין אריזאנע.

"שעריף דזשאו", וועלכער האט זיך טרויעריג בארימט געמאכט מיט זיינע ברוטאלע טאקטיקן אויף זיינע ארעסטאנטן, איז פאראורטיילט געווארן צו טורמע צוליב פארלעצונגען און נישט אויספאלגן דעם געריכט, אבער איז פארדאנירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ.

ארפייאו האט פארלוירן ווידערערוויילונג אלס שעריף אין 2016, נאכ׳ן דינען 24 יאר אויף די פאזיציע, און איז שטארק פאפולער אין געוויסע טיילן פונעם שטאַט. ער וועט זיך פארמעסטן אויף דעם ארט וועלכע ווערט ליידיג צוליב די רעזיגנאציע פון סענאטאר דזשעף פלעיק, אן אויסגעשפראכענער קעגנער פון פרעזידענט טראמפ.

אין זיין מעלדונג אז ער וועט לויפן אין די רעפובליקאנער פריימעריס האט ער אנגעגעבן, אז זיין ציל איז צו דינען אין סענאט און העלפן פרעזידענט טראמפ דורכפירן זיין אנגענדע, ספעציעל וואס אנבאלאנגט אימיגראציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל