אין א שריט וואס קען צייגן אז די-בלאזיא זוכט צו קריגן נאציאנאלע אנערקענונג, האט דער מעיאר פון ניו יארק סיטי געמאלדן אז די שטאט וועט אריינגעבן לעגאלע קלאגעס קעגן 5 גרויסע אויל פירמעס איבער זייער ראלע אין גלאבאלער אנווארמונג און לופט פארפעסטיגונג. די סיטי פאדערט קאמפענסאציע אין ביליאנען דאלאר פאר'ן געלט וואס זי מוז אויסגעבן צו רייניגן די לופט. די אנגעקלאגטע פירמעס זענען בי-פי, שעווראן, קאנאקא-פיליפס, עקסאן-מאביל און רויעל דאטש-שעל. לויט דער אנקלאגע זענען די פירמעס באוואוסטזיניג איבער זייער לויזע האנדלונג מיט׳ן רעפענירן אויל און ״ שוין צענדליגער יארן פירן זיי א פראפאגאנדע אפאראט צו פארפירן דעם פאבליק און פארהוילן די אומגעהויערע שאדנס וואס זיי שאפן פאר׳ן פלאנעט״, דעריבער דארפן זיי געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל