ניו יארק – דער ניו יארק סטעיט גאווערנאר, ענדרו קאומאו, האט נעכטן אנגעהויבן ארויסשטעלן א סעריע רעקלאמעס וועלכע וועלן קאמפיינען קעגן דעם נייעם שטייער רעפארם געזעץ, וואס די רעפובליקאנער האבן באשטעטיגט מיט עטליכע וואכן צוריק. די רעקלאמעס, וועלכע ווערן געדעקט דורכ'ן ניו יארק סטעיט רעגירונג קאסע און שטייערצאלער געלטער, צילט ארויסצוברענגען די נעגאטיווע אפעקטן וואס דאס שטייער רעפארם געזעץ וועט האבן אויף ניו יארקער שטייערצאלער, וויבאלד דאס נייע געזעץ טוט עלימינירן וויכטיגע שטייער "דידאקשענס" וואס מ'האט ביז היינט געקענט באקומען אויף לאקאלע און סטעיט שטייערן. קאומאו זאגט אז ער וויל אז דער פובליק זאל ווערן אינפארמירט איבער דעם פראבלעם, און די רעקלאמעס זאלן ברענגען אז דער פובליק זאל לייגן דרוק אויף קאנגרעס, אפצושאפן דעם טייל פונעם נייעם געזעץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל