דער אידישער בית החיים אין דער שטאט אסמארא, די הויפטשטאט פונעם אפריקאנער לאנד אריטריע, איז שרעקליך וואנדאליזירט געווארן, פילע מצבות זענען צעשמעטערט געווארן און די פארבליבענע מצבות זענען אנגעפירקלט געווארן. עס איז דאס ערשטע מאל וואס דער בית החיים ווערט וואנדאליזירט, און דערווייל איז אומקלאר ווער עס שטייט אונטער דער אטאקע און פאליציי האט דערווייל נישט דורכגעפירט קיין ארעסטן. דער בית החיים אינאיינעם מיט א שול אויפ'ן זעלבן שטח זענען די לעצטע איבערבלייבענישן פון א קליינע אבער שפרודלדיגע קהלה, וואס האט עקזיסטירט אין דער שטאט מיט ארום הונדערט יאר צוריק, די מערהייט פון זיי איז באשטאנען פון סוחרים וועלכע האבן אימפארטירט סחורה פון אפריקע קיין אייראפע און אמעריקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל