דער ניו יארקער גאווערנער, ענדרו קאומא, האט פארארדנט פאר דעם סטעיט טורמע סיסטעם צוריקצודרייען א נייע רעגולאציע וואס וואלט שטארק פארשווערט פאר ארעסטאנטן, און ספעציעל פאר אידישע ארעסטאנטן. אונטער דער נייער רעגולאציע, וואס איז שוין אריין אין קראפט אין עטליכע טורמעס, קען מען שיקן פאר ארעסטאנטן בלויז פראדוקטן אדער ביכער וועלכע ווערן פארקויפט דורך געוויסע פארקויפער אנליין, און פון זיי עס שיקן דירעקט צו די טורמעס. אזא סיסטעם קומט צו פארמיידן דאס אריינשווערצן אומלעגאלע סובסטאנצן, אבער עס ערלויבט אויך נישט צו שיקן למשל קיין היימישע עסן, אדער ספרים, צו ארעסטאנטן, און צווישן פארשידענע גרופעס וועלכע האבן אדוואקאטירט דערקעגן, האבן זיך געציילט אויך היימישע ארגאניזאציעס, וועלכע האבן אין א פעטיציע געשריבן אז די רעגולאציע פארלעצט די רעכטן פון ארטאדאקסישע ארעסטאנטן, וואס זענען אנגעוויזן אויף מהודר׳דיגע עסנווארג און ספרים. די דעפארטמענט אף קארעקשאנס האט נעכטן געמאלדן אז דער נייער פראגראם איז אויפגעלעזט ביז זיי קומען אויף מיט א בעסערן אלטערנאטיוו.

Image result for CUOMO PRISON PACKAGE

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל