נארט קאראליינע – אין די לעצטע פאר טעג, האט מען געהערט פון מער און מער רעגירונגען אין אמעריקאנער סיטיס און קאונטיס, וועלכע געבן אריין אנקלאגעס קעגן גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס, איבער דעם וואס די פירמעס האבן רעקלאמירט און פארשפרייט גאר שטארקע "אפיאידס" מעדיצינען, אלס מיטל צו לינדערן שמערצן ביי כראניש-קראנקע פאציענטן, ווען אין רעאליטעט זענען די מעדיצינען גאר שעדליך, וויבאלד דער פאציענט ווערט דערצו צוגעבונדן נאכ'ן עס נעמען אפילו בלויז געציילטע מאל. אט דאס איז דער "אפיאידס קריזיס" פון וועלכע מען הערט איבער'ן לאנד, אז טויזנטער אמעריקאנער בירגער שטארבן יערליך פון נעמען צופיל פון די אפיאיד מעדיצינען. נעכטן האט מען געהערט פון דער "קארדינאל העלט" פירמע, א גרויסע מעדיצין האלסעיל פירמע, אז זיי האלטן נישט אז זיי זענען באגאנגען עפעס אומלעגאל אדער אומעטיש מיט'ן פארקויפן און פארשפרייטן אפיאידס, אבער דאך זענען זיי גרייט צו שליכטן מיט די סיטיס און קאונטיס וואו זיי ווערן געקלאגט.

בילד: געריכט קלאגעס  איבער אפיאידס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל