וואשינגטאן – "דיעבאלד ניקסדארף" און "ען-סי-אר קארפ", צוויי פון די וועלט'ס גרעסטע עי-טי-עם פאבריצירער, ווארענען איבער א פרישן געפאר פון גניבות וואס ראפינירטע רויבער פירן דורך אויף עי-טי-עם מאשינען. די נייע סארט גניבה, וואס ווערט אנגערופן "דזשעקפּאטינג", באדייט אז דער רויבער טרעפט אן עי-טי-עם מאשין וועלכע איז שוואך באוואכט, עס האט ווייניג זיכערהייט קאמערעס ארום, און אזוי קען ער גרינג זיך איינברעכן דערין. ווען דער רויבער באקומט צוטריט צום אינעווייניג פונעם מאשין, ערזעצט ער דעם אינערליכן קאמפיוטער סיסטעם מיט א נייעם קאמפיוטער, צו וועלכע נאר ער האט צוטריט דורכ'ן אינטערנעט, און נאכ'ן ערלעדיגן דאס שטיקל, קען ער קאנטראלירן אלע שריט פונעם עי-טי-עם מאשין פון סיי וואו, אריינגערעכנט דאס ארויסנעמען גרויסע געלטער, טראנספערירן פון איין אקאונט צו די אנדערע, און ענליכס. די סיקרעט סערוויס האט שוין געשיקט א ווארענונג צו אלע גרויסע בענק איבער'ן לאנד, און זיי זאגן אז ביז יעצט איז די גניבה געווען בעיקר אין מעקסיקא, אבער מ'האט שוין אויך לעצטנס אנגעהויבן זען די סארט גניבות אין אמעריקאנער שטעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל