האוואאי – פרישע באשולדיגונגען זענען ארויסגעקומען קעגן דעם האוואאי גאווערנאר, איבער דעם פאלשן מיסיל אלארם וואס איז ארויסגעשיקט געווארן מיט א וואך צוריק, און די באשולדיגונגען זאגן אז דער גאווערנאר דעוויד איגעי האט פארשלעפט מיט'ן פראצעדור און זיך נישט געאיילט צו מעלדן פאר'ן פובליק אז ס'איז א פאלשער אלארם. די באשולדיגונג איז געקומען פונעם האוואאי נעשאנעל גארד קאמאנדיר, ארטור לאוגען, וועלכער זאגט אז בלויז צוויי מינוט נאכדעם וואס דער פאלשער אלארם איז ארויסגעשיקט געווארן, האט ער אנגערופן גאווערנאר איגעי אים איינצומעלדן אז עס איז פאלש און מען זאל דאס איבערגעבן פאר'ן פובליק. גאווערנאר איגעי האט אבער דאן געווארט גאנצע פופצן מינוט איידער ער האט פארארדנט זיין שטאב דאס איינצומעלדן פאר'ן פובליק. א ווארטזאגער פאר גאווערנאר איגעי לייקנט די באשולדיגונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל