וואשינגטאן — פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אינדערפרי ארויסגעשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, אין וועלכע ער האט גערופן פאר א פרישער אויספארשונג קעגן נאענטע צו זיין געוועזענעם קעגנער פרוי קלינטאן. טראמפ שרייבט "קרומע הילערי קלינטאן'ס הויפט געהילף הומא אבאדין, ווערט באשולדיגט אין פארלעצן פשוט'ע זיכערהייט פראטאקאלן. זי האט געלייגט קלאסיפייד פעסווארדס אין די הענט פון אויסלענדישע אגענטן", וואס עקספערטן זאגן אז דערמיט האט ער רעפערירט צו א געשיכטע וואס איז פארשפרייט געווארן נעכטן אינדערפרי אין קאנסערוואטיווע מידיא, איבער דעם וואס אבאדין האט געהאלטן אימעיל פעסווארדס און אנדערע האקעלע אינפארמאציע אין איר יאהו אימעיל אקאונט, וואס אלע יאהו אימעיל אקאונטס פון איבער דער וועלט זענען שפעטער געהעקט געווארן. טראמפ ענדיגט צו זיין מעסעדזש "דער דיעפּ סטעיט (אן אויסדרוק וואס באדייט אז ס'זענען דא א קליינע גרופע מיסטעריעזע מאכטפולע פארשוינען וואס קאנטראלירן די רעגירונג) יוסטיץ דעפארטמענט, מוז זיך נעמען אויספארשן, אויך אויף קאומי און אנדערע."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל