אין דער צייט וואס אין ניו יארק ספראוועט זיך מיט רעקארד ברעכנדע קעלטן, טוט מען אויף די אנדערע זייט פונעם פלאנעט זיך מוטשען מיט אומדערטרעגליכע היצן. אין סידני, אויסטראליע, ספראוועט מען זיך אין די טעג מיט היצן וואס מען האט שין נישט געזען דארט איבער 80 יאר. די היצן האבן געגרייכט ביז ארום 116 גראד, בלויז צוויי גראד נידריגער פון די רעקארד וואס די שטאט האט געזען צוריק אין 1939, ווען די היצן האבן געגרייכט ביז 118 גראד.

אין די זעלבע צייט איז באריכטעט געווארן וועגן א גאר זעלטענעם שניי שטורעם אינעם סאהארא מדבר, אין אלזשעריע. אזא שניי שטורעם וואס ווערט געזען גאר זעלטן און האט געגרייכט ביז ארום 16 אינטשעס. דער שניי שטורעם האט געטוישט די רויטע זאמדיגע פאנאראמע פונעם מדבר מיט א ציכטיג שניי ווייסע צודעק -- א גאר זעלטן בילד. די ארטיגע איינוואוינער זענען צוגעוואוינט צו האנדלען מיט עקסטרעמע היצן, אבער גאר זעלטן דארפן זיי זיך ספראווען מיט שניי.

דאס קומט אין צוגאב צו די עקסטרעמע ווינטער שטורעם וועלכע האט באטראפן ניו יארק די פארגאנגענע וואך, און די עקסטרעמע קעלט וועלכע פלאגן אייראפע אין די טעג, באגלייט מיט שטורעמס אין פראנקרייך און שווייץ, וואס האבן אויסגעשאלטערט הונדערטער טויזנטער פון עלעקטעריציטעט און צעשטערט די לופט טראפיק.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל