דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס איז היינט אנגעקומען אויף א דריי טאגיקן באזוך אין מדינת ישראל, די באזוך קומט אין ליכט פון די דעקלעראציע וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט מיט עטליכע וואכן צוריק אין וועלכע ער האט אנערקענט אין ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל און פארשפראכן צו אריבערציען אהין דעם אמבאסאדע. דער פרעזידענט האט אינעם זעלבן רעדע אויך געזאגט אז ער וועט שיקן מייק פענס אין א פרואוו צו באנייען די שלום געשפרעכן.

ער איז אנגעקומען קיין מדינת ישראל נאכ׳ן אפשטאטן א באזוך אין ירדן ווי ער האט אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפרערענץ מיט׳ן ירדנ׳ער קעניג וועלכער האט עפנטליך ווידערהאלט די שטעלונג פון ירדן אז ירושלים דארף בלייבן נייטראל און אז מדינת ישראל דארף זיך צוריקקערן צו די גרעניצן פון פאר די 1967 קריג, און נאר אזוי קען מען גרייכן צו א שלום מיט די פאלעסטינער, דער וויצע פרעזידענט האט געזאגט אז ער מיט׳ן קעניג טוען ״איינשטימען אז זיי זענען נישט איינשטימיג״ איבער דעם טעמע.

נאכ׳ן זיך טרעפן מיט׳ן פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל איז דער וויצע פרעזידענט אפגעפארן צום כנסת ווי ער האט געגעבן א רעדע אין וועלכע ער האט ווידער פארשפראכן אז די אמבאסאדע פון אמעריקע וועט נאך אין די קומענדיגע יאר זיך אריבערציען קיין ירושלים, און האט אויך אדרעסירט דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און געזאגט אז די אדמינסטראציע וועט עס נישט באשטעטיגן אין איר יעצטיגן פארעם.

דורכאויס די רעדע איז אנטשטאנען א שטורעם אינעם כנסת ווען די מיטגלידער פון די אראבישע פארטייען האבן איבערגעהאקן די רעדע מיט צווישנרופן און פלאקאטן וועלכע האבן זיך געליינט ״ירושלים איז די הויפטשטאט פון פאלעסטינע״ און האבן פראטעסטירט די שריט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, זיי זענען ארויסגעפירט געווארן מיט געוואלד פונעם זאל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל