דער אמאליגער שטערן פון די רעפובליקאנער פארטיי און שטארק באליבטער גאווערנער פון ניו דשערזי האט היינט פארלאזט זיין פאזיציע אלס גאווערנער און אן אנקעטע צייגט אז 80% איינוואוינער אין ניו דשערזי האבן א נעגאטיווע מיינונג איבער אים, און בלויז 14% זענען צופרידן פון זיין ארבייט אלס גאווערנער. דאס איז א דראסטישע קאנטראסט פון די איבער 70% צופרידנהייט ראטע וואס ער האט גענאסן אין 2012 נאכדעם וואס האריקעין סענדי האט באטראפן ניו דשערזי. זיין פאפולאריטעט צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער האבן אים געשטעלט אלס נאטורליכער קאנדידאט פאר פרעזידענט, אבער נאכ׳ן דערקלערן זיין קאנדידאטור איז ער געפלאגט געווארן פון די ״ברידשגעיט סקאנדאל״ אין וועלכע זיינע געהילפן זענען באשולדיגט געווארן אין נעמען נקמה אין א לאקאלע מעיאר וועלכער האט נישט געוואלט אינדארסירן קריסטי פאר ווידערערוויילונג, און דאן א רייע פון אנדערע עפנטליכע סקאנדאלן וועלכע האבן אים געמאכט אלס דער מערסט אומפאפולערער גאווערנער אין די סטעיט׳ס געשיכטע און מעגליך איבער גאנץ אמעריקע.

בילדף קריס קריסטי טרעט ארויס פון אפיס אלס מערסט אומפאפולערער גאווערנער
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל