וואשינגטאן – סענאטאר ברייען שאטז, וועלכער רעפרעזענטירט האוואאי, זאגט, אז סטעיט און לאקאלע רעגירונגען טארן נישט האבן די אויטאריטעט און מעגליכקייט ארויסצושיקן אלערטס און ווארענונגען איבער אן אריינקומענדיגען מיסיל. סענאטאר שאטז'ס פארשלאג צו פארבאטן סטעיט און לאקאלע רעגירונגען פון ארויסשיקן די סארט ווארענונגען, קומט געציילטע וואכן נאכדעם וואס האוואאי איז אריבער א טויט-שרעק, ווען עס איז ארויסגעשיקט געווארן א פאלשער אלארם איבער אן אריינקומענדיגער מיסיל, וואס האט געברענגט טויזנטער האוואאי איינוואוינער אריינצולויפן אין באהעלטעניש, און עס האבן פאסירט פארשידענע אינצידענטן אלס רעזולטאט. סענאטאר שאטז זאגט אז ער שלאגט פאר אז דער סענאט זאל באשטעטיגן א געזעץ, וואס זאל טראנספערירן די מאכט פון ארויסשיקן די סארט אלערטס, בלויז צו דער פעדעראלער רעגירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל