אויסערליכע וואטשדאג גרופע מיט׳ן נאמען ״פאבליק סיטיזען״ האט ווידער ארויפגעברענגט דעם דעבאטע איבער דעם וואס די פאקט אז דער פרעזידענט פארמאגט האטעלן טוט ברענגען דערצו אז אויסערליכע רעגירונג און גרופעס זאלן זוכן עס צו אויסנוצן אויף צו געפעלן דעם פרעזידענט און באקומען טובות פון די אדמינסטראציע. די באריכט פון די גרופע לייגט ארויס א ליסטע פון 4 רעגירונגען, 16 ספעציעלע אינטערעסן גרופעס, און 35 רעפובליקאנער קאנגרעסיאנאלע קאמפיין קאמיטעען, וועלכע האבן אויסגעגעבן געלט פאר די טראמפ ארגאניזאציע.

די באריכט צייגט אָן אז סאודי אראביע, א לאנד וואס זוכט שטארק גוטע באציאונגען מיט טראמפ, האט אויסגעגעבן איבער א פערטל מיליאן דאלער אין טראמפ האטעלן. און רעפובליקאנער קאמפיין קאמיטעען האבן אויסגעגעבן איבער 300,000$. די גרופע זאגט אז דאס איז אין קעגנזאץ צו די קאנסיטיטוציע וועלכע פארבאט דעם פרעזידענט צו געניסן פון אויסלענדישע קוועלער, אבער טעכניש איז עס נישט אומלעגאל וויבאלד ער פרעזידענט איז אצינד נישט קיין מיטגליד אין די טראמפ ארגאניזציע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל