בערלין – דייטשלאנד'ס קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט געזאגט, אז זי וועט שטיצן א ביל וואס איז פארגעשלאגן געווארן דורך פארלאמענט מיטגלידער פון איר פארטיי, צו פארשטארקערן די אנטיסעמיטיזם געזעצן אין לאנד. דער פרישער פארשלאג צילט איינצוצוימען אנטיסעמיטישע סענטימענטן, וואס מען טרעפט אפט ביי די הונדערטער טויזנטער מוסולמענער, אימיגראנטן פון סיריע און אנדערע לענדער, וועלכע זענען אריינגעלאזט געווארן קיין דייטשלאנד אין די לעצטערע יארן – און אויב דער נייער ביל ווערט טאקע באשטעטיגט אלס געזעץ, וועט עס דערקלערן אז יעדער אימיגראנט וואס דרוקט אויס אפענע אנטיסעמיטיזם, שוין אפגערעדט אויב ער באגייט סיי וועלכע אנטיסעמיטישע אקט, וועט באלד אויסשטיין דעפארטירט צו ווערן צוריק צום לאנד פון וואו ער איז אריינגעקומען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל