קאנגרעס און סענאט האבן זיך היינט אומגעקערט פון זייער אורלויב פאר א פרישע סעסיע, דאס ערשטע אינעם נייעם קאלענדער יאר, און אויפ׳ן שפיץ פון די אגענדע איז אויפקומען מיט א וועג צו האלטן אפן די רעגירונג און באשטעטיגן א בודשעט, פאר דעם פעלט זיך אויס קאאפעראציע פון ביידע פארטייען און די דעמאקראטן פרובירן צו אויסנוצן די געלעגנהייט צו ארויסקוועטשן פונעם פרעזידענט און די רעפובליקאנער א צוזאג איבער אימיגראציע רעפארם, ספעציעל וואס אנבאלאנגט די ״טרוימערס״ א צונאמען פאר די 700 טויזנט קינדער פון אומדאקמענטירטע אימיגראנטן וואס זענען באשיצט אין דעם דאק״א פראגראם.

די דעמאקראטן פארלאנגען אז דער פרעזידענט זאל גאראנטירן אז די יונגטליכע וואס זענען אנגעשלאסן אינעם פראגראם זאלן נישט דעפארטירט ווערן, אין אויסטויש פאר׳ן פארלעננגערן דעם בודשעט דעד-ליין און פארמיידן א שאט-דאוןף אבער דער פרעזידענט איז דערווייל אנטשלאסן צו געבן אזא גאראנטי נאר אויב די דעמאקראטן פארפליכטן זיך צו פינאנצירן דעם גרעניץ וואנט. היינט האבן די דעמאקראטישע פירער אין די לעגיסלאטיווע הייזער זיך אראפגעזעצט מיט די רעפובליקאנער פירערשאפט אינאיינעם מיט ווייסע הויז באאמטע צו פרובירן טרעפן א פשרה און האלטן די רעגירונג אפן.

אויב די צוויי זייטן קענען זיך נישט פאראיייניגן אויף א אפמאך וועלן די דעמאקראטן ווארשיינליך בלויז באשטעטיגן נאך א פארלענגערונג פון עטליכע וואכן צו געבן מער צייט פאר פארהאנדלונגען, דאס וועט שוין זיין דאס פערטע מאל וואס מען שטימט אויף אזא צייטווייליגע פארלענגערונג פונעם פאראיעריגן בודשעט און א צייטווייליגע העכערונג פאר׳ן דעבט סילינג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל