מייקל כהן, דער פערזענליכער אדוואקאט פון פרעזידענט טראמפ, האט איינגערייכט א געריכטליכע קלאגע קעגן די ״באזפיד״ נייעס קוואל, און אויך קעגן די פאליטישע גרופע ״פיוזשען דשי-פי-עס״ וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט צוזאמענשטעלן א באריכט איבער פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד באקאנט אלס דער ״סטיל באריכט״ אויפ׳ן נאמען פונעם בריטישן שפיאן קריסטאפער סטיל וועלכער האט פארפאסט דער באריכט.

דער באריכט פארמאגט פארשידענע אומבאשטעטיגטע פאקטן און באשלודיגונגען וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומריכטיג. דער באריכט איז צוערשט פארעפנטליכט געווארן דורך די ״באזפיד״ נייעס קוואל, וועלכע האט אנגעוויזן אז עס איז מעגליך אז די פאקטן זענען אומבאגרונדעט, דער אדוואקאט זעלבסט ווערט אויך דערמאנט אין דעם באריכט אלס א אנגעבליכער פארבינדונגס מאן צווישן טראמפ און די רוסן, און אז ער האט זיך אנגעבליך געטראפן מיט רוסישע פארשטייער אין פראג און פרובירט צו אויסארבייטן א וועג צו באהאלטן פארבינדונגען צווישן טראפן און רוסלאנד.

אין א סטעיטמענט אויף טוויטער האט ער געשריבן ״גענוג איז גענוג, איך האב איינגערייכט א געריכטליכע קלאגע קעגן באז-פיד פאר׳ן פארעפנטליכן די פאלשע באריכט איבער מיר און דעם פרעזידענט״.

אין די קלאגע טוט כהן שרייבן אז די אומבאגרונדעטע געשיכטע האט אים געברענגט שווערע פערזענליכע און פינאנציעלע שאדנס און פארלאנגט דעריבער 100 מיליאן דאלער אין פארגוטיגונג, די נייעס קוואל האט ארויסגעגעבן א אפיציעלע סטעיטעמענט אין וועלכע זי שרייבט ״עס איז נישט די ערשטע אטאקע פון טראמפ און זיינע מענטשן קעגן די פרייהייט פון די פרעסע, די באריכט איז פארפענטליכט געווארן לויט אלע דשורנאליסטישע סטאנדארטן און מיר וועלן העפטיג פארטיידיגן אונזערע רעכטן אין געריכט״.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל