די אומסטאביליטעט אין תימן איז פארארגערט געווארן נאכדעם וואס עס האט אויסגעבראכן א קריג צווישן צוויי פראקציעס וועלכע האבן געקעמפט אינאיינעם קעגן די הוטי רעבעלן, די אפיציעלע פרא-סאודישע רעגירונג איז אינטערנאציאנאל אנערקענט און פרעזידענט האדי ווערט אנערקענט אלס לעגיטימער פרעזידענט דורך די וועלט, אבער א גרופע פון סעפארעטיסטן וועלכע ווערן געשטיצט דורך די אראבישע עמיראטן האבן באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל פון די שטאט עדען וואס דינט אלס צייטווייליגע הויפטשטאט וויבאלד צנעא איז אונטער קאנטראל פון די הוטי רעבעלן.

אצינד איז דער פרעזידענטליכע פאלאץ באלאגערט דורך די סעפארעטיסטן וועלכע פארלאנגן אז דרום תימן זאל זיך אפטיילן און גרונדען א אייגענע לאנד אזוי ווי זי איז געווען ביז תימן איז פאראייניגט געווארן אין 1990, די תימנ׳ער סעפארעטיסטן האבן דעם זונטאג געעפנט א מאסיווע אקציע קעגן די אמטירנדער רעגירונג וועמען זי באשולדיגט אין קארופציע, און אצינד איז זי אין קאנטראל פון די הויפטשטאט און ארומיגע געגענטער, די רויטע קרייץ זאגט אז איבער 36 ציווילע בירגער זענען אומגעקומען אין די שלאכטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל