די 'אנטי דעפעמעישאן ליגע' האט פארעפנטליכט איר יערליכן באריכט איבער דעם מצב מיט שנאת ישראל אין די פאראייניגטע שטאטן, און ווי זי טענה'ט זענען דורכאויס 17' פארגעקומען 67 פראצענט מער אנטיסעמיטישע אטאקעס ווי א יאר פריער.

אין סך הכל, זענען באריכטעט געווארן 1,299 אינצידענט, אריינגערעכנט פיזישע אטאקעס, אקטן פון וואנדאליזם, און שאדנס צו אידישע בנינים און אינסטיטוציעס.

די עי-די-על זאגט, אז דער ציפער איז ווארשיינליך נאך העכער, וויבאלד נישט אלע אינצידענטן זענען באריכטעט געווארן.

עי-די-על

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל