פילאדעלפיע – דאס העכסטע סטעיט געריכט אין פענסילוועניע, האט נעכטן געאורטיילט אז די יעצטיגע צעטיילונג פון די קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס אין דער סטעיט, מוז אנולירט און איבערגעמאכט ווערן, וויבאלד ס'איז געשטיקלט און צעטיילט מיט'ן דירעקטן ציל צו געבן אן אויבערהאנט פאר די רעפובליקאנער אין דער סטעיט, וועלכע האבן עס אזוי איינגעטיילט. דער סטעיט סופרים קאורט זאגט אז די מאפע איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, וויבאלד ס'שוואכט אפ דעם כח פון די דעמאקראטישע וויילער אין די סטעיט, און דאס קען מען זען אויפ'ן פאקט אז פענסילוועניע פארמאגט 18 קאנגרעס דיסטריקטס, און בלויז 5 זענען אונטער דעמאקראטישן קאנטראל, טראץ וואס ס'זענען פארהאן מער דעמאקראטיש-רעגיסטרירטע וויילער ווי רעפובליקאנער-רעגיסטרירטע וויילער אין דער סטעיט. דאס געריכט האט געגעבן 3 וואכן פאר די לאקאלע רעפובליקאנער לעגיסלאטורן איבערצושרייבן די מאפע, צו זיין גרייט נאך בעפאר די 18' מידטוירם וואלן.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל