די פירערשאפט פון די ליכוד פארטיי אין מדינת ישראל האבן נעכטן דורכגעפירט א היסטארישע רעזאלוציע וואס קען האבן ווייטגרייכנדע נאכפאלגן. די רעזאלוציע רופט פאר די רעגירונג צו ענדיגן אלע שלום פארהאנדלונגען מיט די פאלעסטינער אויטאריטעט און אנשטאט דעם פולשענדיג אנעקסירן די שטחים פון יהודה און שומרון, און עס דערקלערן אלס טייל פון מדינת ישראל, וואס באדייט אז די ארטיגע איינוואוינער זענען פולשטענדיג אונטער מדינת ישראל הערשאפט.

ביז יעצט איז דאס מערב ברעג צוטיילט אין עטליכע זאנעס, אונטער די אסלא אקארדן זענען טיילן פונעם מערב ברעג כמעט גענצליך אונטער פאלעסטינער פירערשאפט און מדינת ישראל האט בלויז צוגאנג פאר זיכערהייט געברויכן. און אנדערע טיילן ווערט געפירט דורך א מיליטערישע אויטאריטעט אונטער די אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן פון אקופירטע געביטן און דעריבער פארמאגן נישט די איינוואוינער קיין בירגערשאפט און קיין געהעריגע בירגערליכע רעכטן.

די יעצטיגע סיטואציע ברענגט דערצו אז באלד א מיליאן זידלער וועלכע זענען מדינת ישראל בירגער זענען אבער נישט קיין געזעצליכע איינוואוינער אין מדינת ישראל, און אזוי אויך אז די מיליטער איז פאראנטווארטליך אויף די טאג טעגליכע לעבנס פון ארום א האלב מיליאן פאלעסטינער. די אנעקסירונג וועט שאפן א אפיציעלע אפארטהייד רעזשים אין די מערב ברעג אונטער וועלכע די מדינת ישראל בירגער וועלן געניסן פון פולע רעכטן און די פאלעסטינער וועלן האבן א סטאטוס פון איינוואוינער אן קיין בירגערליכע רעכטן ווי למשל וועלן צום פארליאמענט.

ביז יעצט האבן פאליטיקאנטן נישט אויפגעברענגט דעם געדאנק אין די עפנטליכקייט, אבער לעצטס געניסט די געדאנק פון שטיצע צווישן די עקסטרעם רעכטע אין מדינת ישראל וועלכע צייגן אן אז די לעצטע צענדליגע יארן איז מען אין ערגעץ נישט אנגעקומען מיט די שלום געשפרעכן און אנעקסירונג איז מעגליך די איינציגע ברירה וואס איז פארבליבן. אבער אזא שריט איז ערווארטעט צו ברענגען שטארקע קעגנערשאפט פון די אינטערנאציאנאלע געמיינדע, אפילו פון פריינטליכע לענדער ווי אמעריקע, וויבאלד דאס שאפט אן אפארטהייד רעזשים אונטער געוויסע בירגער פארמאגן ווייניגער רעכטן ווי אנדערע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל