אין א ספעציעלע דאקומענט פון די פעדעראלע העלט דעפארטמענט צו די פארזיצערס פון די מעדיקעיד פראגראם אין אלע שטאַטן טוט די אדמינסטראציע צום ערשטן מאל ערלויבן שטאַטן צו פארלאנגען פון די וועלכע ווילן באקומען מעדיקעיד אז זיי מוזן באזיצן א דשאב, אדער אמווייניגסטנס זיין אנגעשלאסן אין א פראגראם צו זוכן ארבייט, אדער זענען סטודענטן אין שולע, אלס א באדינג צו קענען געניסן פונעם פראגראם.

ארום 10 שטאַטן איבער אמעריקע האבן שוין אפיציעל געבעטן ערלויבעניש פון די פעדעראלע רעגירונ צו שטעלן אזא פארלאנג פאר געזונטע ערוואקסענע מענטשן אלס באדינג צו קענען געניסן פון רעגירונגס בענעפיטן, אבער די אָבאַמא אדמינסטראציע האט דאס שארף אפגעווארפן. נאך 3 שטאַטן האבן שוין אויך אויסגעדריקט אינטערעס אין אזא געדאנק. לויט געוויסע קוועלער וועט די ערשטע שטאַט צו איינפירן דעם טויש זיין קענטאקי, און וועט שוין מעגליך אריינגיין אין קראפט דעם פרייטאג.

ענליכע באדינונגען זענען שוין אין קראפט פאר לאנגע יארן פאר די וועלכע ווילן געניסן פון אנדערע רעגירונג פראגראמען ווי פוד סטעמפס, אבער עס איז דאס ערשטע מאל וואס אזא פארלאנגט ווערט אריינגעלייגט אינעם מעדיקעיד פראגראם זינט די פראגראם איז אריין אין קראפט אין 1960 אונטער די לינדאן דשאנסאן אדמינסטראציע, די אדמינסטראציע האט אנגעוויזן אז ארבייט איז א וויכטיגע פאקטאר אין פירן א געזונטע לעבנסשטייגער, דעריבער איז עס לעגאל צו פארלאנגען, א טענה וועלכע וועט מעגליך אויסשטיין א געריכטליכע קאמפ מצד ליבעראלע גרופעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל