די ״ניו יארק טיימס״ האט אויפגעדעקט אז די עף-בי-איי און סי-איי-עי האבן געעפנט אן אפיציעלע אויספארשונג איבער די רוסישע פרואוון צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן נאכדעם וואס דער טראמפ געהילף דשארדש פאפאדאפולוס האט פארציילט דערוועגן פאר אן אויסטראלישער דיפלאמאט נאכ׳ן זיך אנטרונקען אין א שענק אין לאנדאן מיט עטליכע מאנאטן פאר די וואלן.

לויט׳ן באריכט האט דשארדש פאפאדאפולוס וועלכער האט געדינט אלס ראטגעבער אויף אויסערן פאליסיס פארציילט פאר א פריינט וועלכער דינט אלס אויסטראלישער דיפלאמאט אין לאנדאן איבער דעם אז רוסלאנד פארמאגט טויזנטער אימעילס פון קלינטאן און פון די דעמאקראטישע הויפטקווארטירן און אז זיי וועלן עס נוצן צו שעדיגן די קלינטאן קאמפיין.

דער אויסטראלישע דיפלאמאט, אלעקסאנדער דאונער, האט באלד באריכטעט דערוועגן צו זיינע אויבערהארן און די אויסטראלישע רעגירונג האט פארציילט דערוועגן פאר די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן, און הערשט צוויי מאנאטן שפעטער האבן טאקע די אימעיל׳ס אנגעהויבן ארויסקומען, אנמאכנדיג שטארקע שאדנס פאר די קלינטאן קאמפיין.

פאפאפדאפולוס איז געווארן נאציאנאלע באקאנט נאכדעם וואס ער איז פארהאלטן געווארן דורך די עף-בי-איי און אנגעקלאגט געווארן אויף ליגנט זאגן, און האט געשלאסן אן אפמאך מיט די אגענטן צו פולשטענדיג קאאפערירן איבער די אויספארשונג, טראמפ האט אוועקגעמאכט זיין ראלע און געזאגט אז ער איז געווען א מינדערוויכטיגע וואלונטיר, אבער בילדער צייגן ווי ער באטייליגט זיך ביי הויכראנגיקע זיצונגען אינאיינעם מיט טראמפ און זיינע הויפט ראטגעבער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל