סאן פראנציסקא – א סאן פראנציסקא איינוואוינער קריסטיען קייעל, האט פארלוירן טייערע העדפאונס, ווען זיי זענען אריינגעפאלן אין באן שינעס אין דער סאן פראנציסקא סאבוועי, אבער ער האט עס וואונדערליך באוויזן צוריקצובאקומען. ווי נאר קייעל האט באמערקט אז זיינע העדפאונס זענען אריינגעפאלן אין די שינעס, האט ער געכאפט דערפון א בילד, און געשיקט א פובליק מעסעדזש דורך טוויטער צו די סאן פראנציסקא טראנזיט אויטאריטעטן, בעטנדיג זיך אז זיי זאלן אים העלפן.

וואונדערליך, האט די סאן פראנציסקא טראנזיט אויטאריטעט געענטפערט, בעטנדיג פון קייעל פונקטליכע אינפארמאציע ביי וועלכע שינעס און סטאנציע עס איז אריינגעפאלן – וואס קייעל האט באלד געגעבן די אינפארמאציע. עטליכע שעה שפעטער, האט די סאן פראנציסקא טראנזיט אויטאריטעט אראפגעשיקט עטליכע ארבעטער אין די שינעס, אויפהייבנדיג די העדפאונס אומגעשעדיגט, און זיי האבן אפילו פילמירט די גאנצע זאך, נוצנדיג עס אלס א פראפאגאנדע פאר זיך, צו צייגן וויאזוי זיי העלפן יעדן קאסטומער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל