דאס מיניסטעריום פאר אידישע אנגעלעגנהייטן אין די תפוצות האט פארעפנטליכט, אז זי איז אויפגעקומען מיט א סאפיסטיקירטער פראגראם, וואס וועט אויפכאפן אנטיסעמיטישע העצעס און אטאקעס אויפ'ן אינטערנעט.

דער סאפטוועיר, גערופן 'אנטיסעמיטיזם סייבער מאניטארינג סיסטעם', איז דער "סאמע סאפיסטיקירטן סיסטעם צו האלטן אן אויג אויף שנאת ישראל אויפ'ן אינטערנעט," האט דאס מיניסטעריום געזאגט.

דער סיסטעם וועט אויפכאפן אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס אויפ'ן אינטערנעט, בעיקר סאושעל מידיא, און וועט 'נאכגיין' דעם מעסעדזש צו זען פון וואו עס קומט, ווער עס שיקט עס ווייטער, און אין וועלכע שטעט און לענדער.

אין דער ערשטער שטופע, וועט דער סיסטעם האלטן אן אויג אויף די סאושעל מידיא פלאטפארמעס פון 'פעיסבוק' און 'טוויטער' אויף די ענגלישע, אראבישע, פראנצויזישע, און דייטשע שפראכן, אבער וועט מיט דער צייט אויסגעברייטערט ווערן צו נאך פלאטפארמעס און פרישע שפראכן.

דורכאויס דעם ערשטן חודש פונעם באניץ, האט די פראגראם אויפגעכאפט 409-טויזנט פיינטליכע מעסעדזשעס וואס זענען געשיקט געווארן דורך דרייסיג-טויזנט מענטשן. די גרעסטע מאס שנאת-ישראל מעסעדזשעס זענען געקומען פון סאַנטיאַגאָ, טשילע; דניפּראָו, אוקראינע; און בוקארעסט, רומעניע. אין מערב-וועלט לענדער איז די גרעסטע קאנצענטראציע פון העסליכע מעסעדזשעס געקומען פון לאנדאן און פאריז.

דער שר התפוצות, נפתלי בענעט, האט געזאגט אז עווענטועל וועט דאס מיניסטעריום פארעפנטליכן די ליסטע מיט נעמען און אידענטיטעטן פון די וואס שטעלן זיי ארויף און פארשפרייטן די מעסעדזשעס אויפ'ן אינטערנעט, אז "יעדער זאל קענען זען" ווער די מענטשן זענען.

בילד: מדינת ישראל מיניסטעריום מיט נייעם סיסטעם קעגן אנליין אנטיסעמיטיזם

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל