אלבאני – די ניו יארק סטעיט רעגירונג איז אין די טעג פארמישט אין טאפלטע אנקלאגעס קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע. ערשטנס האט מען פרייטאג געהערט אז א גרופע סטעיטס האבן געמאלדן אז זיי גייען אריינגעבן אן אנקלאגע אין געריכט קעגן דעם נייעם רעפובליקאנער שטייער רעפארם געזעץ. די קלאגע וועט אריינגעגעבן ווערן דורך ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנעטיקוט, וועמענ'ס איינוואוינער וועלן ווערן נעגאטיוו באטראפן פונעם געזעץ. לויערס וואס וועלן פארטרעטן די סטעיטס זאגן, אז עס איז אומלעגאל דאס וואס דאס נייע געזעץ לאזט נישט מענטשן דידאקטן זייערע סטעיט און לאקאלע שטייערן יעדע סוף יאר. דערנאך האט מען שבת געהערט פון ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל עריק שניידערמאן, אז ניו יארק וועט זיך צוזאמשטעלן מיט מינעסאטע, און אנקלאגן די טראמפ אדמיניסטראציע פאר'ן שניידן איין ביליאן דאלאר אין אבאמאקעיר פאנדינג פון ניו יארק סטעיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל