וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער, אין וועלכע ער לעזט אויף זיין ספעציעלע פרעזידענטליכע קאמיסיע וואס ער האט געהאט געשטעלט אויסצופארשן וואל שווינדלערייען. ווען טראמפ האט געגרינדעט די קאמיסיע, האבן דעמאקראטן באלד אנגעהויבן פארפירן און שרייען אז עס איז לעכערליך און איבריג, ווייל אלע עקספערטן זענען מודה אז וואל שווינדלערייען איז בכלל נישט אזא פארשפרייטער פראבלעם. פילע דעמאקראטיש-קאנטראלירטע סטעיטס האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט קאאפערירן און צושטעלן פאר די קאמיסיע דאקומענטן און וויילער ליסטעס – און עווענטועל האט דאס געצווינגען די טראמפ אדמיניסטראציע אויפצולעזן די קאמיסיע. טראמפ האט פארדאמט די סטעיטס פאר'ן נישט קאאפערירן, זאגנדיג אז ער לעזט אויף די קאמיסיע מיט חרטה.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל