טעהראן – די סיטואציע מיט די אנטי-רעגירונג פראטעסטן אין איראן איז נעכטן געווארן פיל שארפער, ווען מ'האט געהערט אז דער ציפער אומגעקומענע, זינט די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן דאנערשטאג, איז געשטיגן צו צוועלף, און ווי די פאליציי זאגן איז איינער פון די צוועלף א פאליציי אפיציר וועמען פראטעסטירער האבן דערמארדעט. נאכ'ן זיין רואיג פאר עטליכע שטונדן נעכטן אינדערפרי, זענען מאסן פריש ארויסגעקומען אין די נאכמיטאג און ביינאכט שטונדן, אראפרייסנדיג שילדן און פלאקאטן פון בילדער פונעם איראנער גייסטליכן איסלאמישער פירער, איאטאלא כומעיני, און די רעגירונג האט אריינגעברענגט די ברוטאלע "איסלאמישע רעוואלוציאנערע גארד" אפצושטילן די פראטעסטן.

בילד: איראן פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל