די פוילישע פראקוראטאר האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די אקטיוויטעטן פון אן אונטערערדישער נאצי-גרופע, נאך אן ארטיגן טעלעוויזיע-באריכט וואס האט געוויזן די גרופע-מיטגלידערס פייערן דעם געבורטסטאג פון היטלער ימ"ש.

דער באריכט, וואס ווייזט ווי א גרופע מענטשן אין נאצי-אוניפארם פייערן היטלער'ס געבורטסטאג מיט א ברענענדיגן האקנקרייץ, האט געברענגט פארדאמונגען פון פארשידענע רעגירונגס-פערזענליכקייטן, אין שפיץ פונעם פרעמיער מיניסטער.

לויט דעם באריכט, איז די גרופע די זעלבע וואס האט פארגאנגענעם נאוועמבער דורכגעפירט א דעמאנסטראציע, דורכאויס וועלכער די פיגורן פון צענטריסטישע אי-יו פאליטיקאנטן זענען 'אויפגעהאנגען' געווארן אויף שטאנגען.

בילד: אויספארשונג געעפנט איבער אונטערגרונט פוילישע נאצי-גרופע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל