איטאליע – א ספעציעלע באעהרונג איז צוגעטיילט געווארן פאר'ן 98 יעריגן איד אנזו קאוואליאן, וועלכער האט אין לויף פונעם צווייטן וועלט קריג זיך איינגעשטעלט דאס לעבן, צו העלפן ראטעווען אידן, און א דאנק זיין שריט זענען איבער טויזנט אידן געראטעוועט געווארן פון דעפארטירט ווערן צו די נאצישע טויט לאגערן. קאוואליאן האט געהאלפן אידן וואס זענען אנטלאפן פון דער נאצי-אקופירטער פראנקרייך קיין איטאליע, אז זיי זאלן קענען באקומען פאלשע שוץ–פאפירן, דורכדעם וואס ער האט זיך איינגעבראכן אינעם אפיס פון א לאקאלן מעיאר, און אויך האט ער געשאפן הייזער און באהעלטעניש ערטער, וואו די אידן זאלן זיך קענען פארשטעקן און אויסלעבן רואיג ביז די קריג גייט פאראיבער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל