מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא זאגט, אז ער שטיצט שוין יא דעם געדאנק פון גאווערנאר ענדרו קאומאו, אוועקצושטעלן טאל בודקעס ביי אלע פארנומענע גאסן אין צענטער פון מאנהעטן. ביז יעצט האט דעבלאזיא זייער שטארק געקעמפט קעגן דעם פלאן, זאגנדיג אז עס וועט סתם נעגאטיוו אפעקטירן ארימע ניו יארק סיטי דרייווערס. יעצט זאגט דעבלאזיא אז דער פלאן פאר די נייע טאלס אין מאנהעטן איז שוין אויסגעבעסערט געווארן, אבער ער וויל אז די סטעיט זאל פארזיכערן אז דער בודזשעט פון די עם-טי-עי וועט זיין הונדערט פראצענט געדעקט. דעבלאזיא'ס שטיצע קומט נאכדעם וואס קאומאו האט געלאזט פאלן פרישע קאמענטארן, אז דאס אוועקשטעלן די טאלס קען געטאן ווערן אויף ממש יעדע איינציגע גאס, ווייל מ'דארף שוין נישט היינט אוועקשטעלן גרויסע קאמפליצירטע בודקעס און אינפראסטרוקטור, נאר א לייסענס-לייענער קאמערע און אנדערע מאשינקעס, וואס פראצעסירן איזי-פּעס און רעקארדירן פלעיטס צו קענען שיקן בילס פאר די וועלכע האבן נישט איזי-פּעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל