גאווערנער קאומא האט נעכטן פון פריש אדרעסירט דעם פלאן צו רעדוצירן די שווערע טרעפיק אין צענטער פון מאנהעטן דורך ארויפלייגן א ספעציעלע שטייער אויף די וועלכע פארן ארום אין פארנומענע שעות אין צענטער פון מאנהעטען, אבער ער האט אונטערגעשטראכן אז ער איז דערווייל נישט גרייט צו ארויפלייגן דעם שטייער אויף פריוואטע קאר׳ס וויבאלד איינוואוינער אין ניו יארק צאלן שוין אזוי אויך גרויסע געלטער אין טאלס פארנדיג פון איין בארא צום צווייטן, און דערווייל וועט די פלאן ארויפגעלייגט ווערן אויף טעקסיס און אובער דרייווער וועמען דער גאווערנער באשולדיגט אין אנברענגען די מערסטע טרעפיק. ער האט געזאגט אז ער וועט באטראכטן א ברייטערע פלאן פון נידערן די טאלס אויף אנדערע ערטער און אזוי אויך שטרענגערע שטראפן פאר בלאקירן טרעפיק אין די ראמע פון א ברייטע פלאן צו רעדוצירן די אנגעשטויסענע טרעפיק אין די סיטי. די שטייער וועט זיין אויף טעקסיס וועלכע פארן אין די גאסן צפון פון די 60'סטע סטריט, ווי עס שיינט וועט עס שטיין ביי $11.45 און וועט אריינגיין אין קראפט הערשט אין 2020.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל