וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ שטאלצירט מיט'ן פאקט אז אין ערשטן יאר פון זיין פרעזידענטשאפט האט ער געשניטן פילצאליגע פעדעראלע רעגירונג רעגולאציעס, מאכנדיג די רעגירונג ווייניגער אנגעלייגט מיט לעכערליכע ביוראקראטיע. אלעס אינאיינעם זאגט די טראמפ אדמיניסטראציע, אז זיי האבן אינעם ערשטן יאר געשניטן 67 רעגולאציעס, וואס דער ציפער איז ארויסגעהויבן געווארן ביי א ספעציעלער צערעמאניע אין ווייסן הויז מיט 3 וואכן צוריק, וואו טראמפ האט "געשניטן א רויטן בענדל" אויף פעדעראלע רעגולאציעס, אבער קוקנדיג טיפער אויף די 67 רעגולאציעס, ווי "בלומבערג ניוז" האט געטאן, זעט מען אז א גרויסע פראצענט דערפון איז שוין פאקטיש געווען געשניטן דורך דער אבאמא אדמיניסטראציע און פריערדיגע פרעזידענטן, א שטייגער ווי דאס וואס מ'האט אראפגענומען "יעלאסטאון גריזלי" בערן פון די "באשעפענישן אין געפאר" ליסטע, א זאך וואס אבאמא האט שוין געהאט געטאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל