וואשינגטאן – אימיגראציע אגענטן האבן נעכטן דורכגעפירט א סעריע מאסן אבלאוועס לענגאויס פילע סטעיטס, מיט'ן ציל צו אינפארסירן אימיגראציע געזעצן און כאפן אזעלכע וואס געפינען זיך אין לאנד אומלעגאל. די אבלאוועס זענען דורכגעפירט געווארן אויף 98 פיליאלעס פון די "סעווען עלעווען" געשעפטן-נעץ אין זיבעצן סטעיטס, אריינגערעכנט ניו יארק, ניו דזשערסי, פלארידע, פענסילוועניע און טעקסאס, און אויפ'ן פלאץ האבן די קאסטומס און אימיגראציע אגענטן ארעסטירט 21 פארשוינען אויף פארדאכטן אז זיי געפינען זיך אין אמעריקע אומלעגאל. די סעריע אבלאוועס האט אפגעצייכנט די גרעסטע אימיגראציע אפעראציע זינט פרעזידענט טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט, און די אייגנטימער פון די 98 פיליאלעס האבן יעצט 3 טעג צו איבערצייגן אז זייערע ארבעטער זענען לעגאל אין לאנד, און אויב נישט, וועלן די אייגנטימער אויסשטיין שטראפן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל