דעמאקראטן האבן נעכטן אפגעהאלטן א ערשטע און שטארקע זיג אין זייער נאציאנאלע קאמפיין קעגן די פראקטיק פון דשערי-מענדערינג, א צונאמען פאר די פאליטישע טאקטיק פון אויסשטעלן די גרעניצן פון קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס אין פארשידענע סטעיטס אויף א וועג אז א געוויסע פארטיי זאל האבן אן אויבערהאנט. (צום ביישפיל: אויב די רעפובליקאנער זענען ביי די מאכט צו אויסשטעלן די גרעניצן דאן מאכן זיי זיכער צו אריינשטופן א מאקסימום פון דעמאקראטן אין איין דיסטריקט און אויסשטעלן די דערנעבנדיגע אין א וועג צו פארזיכערן א שמאלע אויבערהאנט פאר די רעפובליקאנער).

די טאקטיק פון דשערי-מענדערינג איז שוין אן אור-אלטע אמעריקאנער פאליטישער שפיצל, אבער אין די לעצטע יארן האט עס הויפטזעכליך געדינט פאר די רעפובליקאנער, און - לויט געוויסע- האט עס זיי געהאלפן אנהאלטן קאנטראל אין קאנגרעס, די דעמאקראטן האבן איינגערייכט פילע געריכטליכע קלאגעס דערקעגן, און נעכטן האבן זיי אפגעהאלטן א זיג ווען א פעדעראלע געריכט אין נארט קאראליינע האט אין אן איינשטימיגע אורטייל פון דריי ריכטער באשטימט אז די יעצטיגע מאפע וואס איז אויסגעשטעלט געווארן אין 2016 גייט קעגן די קאנסטיטוציע וויבאלד עס געט נישט פאר יעדן א גלייכע שטימע. די אורטייל פארלאנגט אז די שטאטישע אינסטאנצן זאלן אהערשטעלן א נייע מאפע פאר די בעפארשטייענדע 2018 וואלן, די נייע מאפע קען העלפן די דעמאקראטן געווינען נאך זיצן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל