די עם-טי-עי האט אונטערגענומען אויף זיך צו ביסלעכווייז ערזעצן די פלאטע פון שטאטישע באסעס מיט נייע, וועלכע לויפן אינגאנצן אויף עלעקטרי, אנשטאט גאזאלין, און די ערשטע אזעלכע אויטאבוסן זענען היינט אריין אין באניץ.

די פראבע-באסעס וועלן לויפן אויף די בי-32 ליניע, וואס לויפט פון ברוקלין קיין קווינס, ווי אויך אויף די עם-42 און עם-50 ליניעס, וועלכע לויפן אין מידטאון מאנהעטן.

"ווי מיר מאכן איבער דעם עם-טי-עי, האבן מיר די געלעגנהייט נישט נאר צו מאדערניזירן דער שטאט'ס אויטאבוס-פלאטע, נאר אויך צו רעדוצירן די גאזן וואס שעדיגן די לופט און געזונט פון דער עפנטליכקייט," האט גאווערנאר קאומא דערקלערט.

די פראבע וועט זיך ציען פאר דריי יאר, און אויב אלעס גייט כשורה, וועט די שטאט באשטעלן נאך זעכציג אזעלכע באסעס.
בילד: ערשטע עלעקטרישע סיטי-אויטאבוס אריין אין באניץ
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל