א סייבער זיכערהייט פירמע האט ארויסגעלייגט איר אפשאצונג, אז די זעלבע גרופע רוסישע העקערס וועלכע האבן פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן אין אמעריקע, דייטשלאנד און פראנקרייך, פרובירן יעצט זיך אריינצוברעכן אין די אימעיל קאנטעס און פארבינדונגס-מיטלען פון אמעריקאנער סענאטארן. ווי די פירמע זאגט, האבן זיי געפונען אן אנליין אפעראציע וועלכע גרייט אן דעם באדן פאר א מאסיוון העק ארויסצובאקומען פריוואטע אינפארמאציע און אימעילס פון סענאטארן. די פירמע זאגט אויך אז אין די לעצטע וואכן האבן זיי זיך אריינבאקומען אין די קאנטעס פון פארשידענע שטאב מיטגלידער און געהילפן פון סענאטארן אין א פרואוו אנצוקומען דורך זיי צו די קאנטעס פון די סענאטארן זעלבסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל