פאריז – די פראנצויזישע רעגירונג האט צוריקגעצויגן פון א פלאן ארויסצושטעלן א ספעציעלע באעהרונג פאר א באקאנטן פארשטארבענעם פראפעסאר, וועלכער איז אויך געווען א טרויעריג-בארימטער אנטיסעמיט.

די רעדע איז פון טשארלס מאראוס, וועלכער איז געווען א באקאנטער פילאזאף און פראפעסאר אין פראנקרייך אין לויף פון די שפעטע 890'ער יארן, און ער האט געלעבט ביז די אנהייב 950'ער יארן. מאראוס האט געשריבן פילע ביכער, האבנדיג א סאך איינפלוס אויף דער פראנצויזישער רעגירונג און קולטור, און ער האט נישט פרובירט צו באהאלטן זיין האס און שנאה קעגן אידן, קאמפיינענדיג אז די פראנצויזישע רעגירונג זאל באשטעטיגן א ניי געזעץ, אז קיין שום איד קען נישט באקומען פראנצויזישע בירגערשאפט, שרייבנדיג אז "די דעפעניציע פון א איד איז א פאררעטער, און דעריבער קען מען אים נישט געטרויען".

הארט נאכ'ן קריג, אין 945', איז טשארלס אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע, פאר'ן "מיטארבעטן מיט'ן פיינט" ביים צווייטן וועלט קריג, און ער איז אפגעשטארבן אום 1952, קורץ נאכ'ן ווערן ארויסגעלאזט פון תפיסה צוליב זיין שוואכן געזונט צושטאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל