די יאפאנעזישע אויטאמאביל-פירמעס, טאָיאָטאַ און מאַזדאַ, האבן אנאנסירט א פלאן פון עפענען א פּלענט אין אלאבאמא, וואס וועט באלד ביים אנהייב צושטעלן פיר-טויזנט ארבעטס-פלעצער פאר ארטיגע איינוואוינערס.

די 1.6-ביליאן דאלארדיגע אינציאטיווע ווערט געזען אלס א שטארקע דערגרייכטונג פאר יענעם ראיאן, וואס פלאגט זיך מיט ווייניג ארבעטס-געלעגנהייטן.

די פעקטארי, וואס וועט זיך עפענען קומענדיגן 21', וועט פראדוצירן ארום 300-טויזנט אויטאמאבילן יערליך, בעיקר פון 
דער 'טאיטא קאראלע' מאדעל, ווי אויך א נייעם סארט קלענערן עס-יו-ווי פון מאזדא.

בילד: נייע טאיאטא-מאזדא פירמע אין אלאבאמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל